בערי גאלדוואטער
מראה
געבורט |
2 יאנואר 1909 פיניקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
29 מאי 1998 (אלט 89) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | פאליטיקער, אפיציער, פאטאגראף, סוחר, פילאט |
אונטערשריפט | |
בערי מאריס גאלדוואטער (2טן יאנואר, 1909 - 29סטן מאי, 1998) איז געווען אן אמעריקאנער פאליטיקער. ער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט אין די 1964 וואלן. אויכעט איז ער געווען סענאטאר פון אריזאנע פאר פינף טערמינען.
ביי די 1964 רעפובליקאנער פריימעריס האט ער געפירט א שווערע און שטעכיגע פארמעסט קעגן דעם מעסיגן קאנדידאט נעלסאן ראקעפעלאר. וואס אנאליטיקער זאגן אז דאס האט אפגעשוואכט זיינע שאנסן צו זיגן און די אלגעמיינע וואלן קעגן לינדען דשאנסאן.
ווי אויך ווערט ער געזעהן ווי דער פאטער פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איבערצונעמען דארטן די מאכט מיט'ן ערוויילונג פונעם פאלקס באליבטן פרעזידענט ראנאלד רייגען.