לדלג לתוכן

מעטאפאר

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ביישפיל)

מעטאפאר (פון דאס גריכיש ווארט מעטא - שינוי. פארע- אריבערפירן) דאס איז צו באלייכטן איין ענין דורך אריבערפירן די פארשטאנד פון אן אנדער ענין כדי ס'זאל געשען א שינוי און מען זאל פארשטיין גוט פון דארטן דעם דאזיגן ענין.


אינאיינוועגס איז גוט צו וויסן, די פאלגענדע טערמינען.

סינאנימען

דאס מיינט, פארשידענע ווערטער און זאצן אויפ'ן זעלבער באגריף; ווי צום ביישפיל.

א שפענדער; לעכעריגע הענט, אפענע האנט, א פעסל אן א דעקל, ווארפט זיך מיט געלט, א ברייטער האנט, א לעכערדיק זאק, אויסגעבער, ברייטער טיילער

האמאנימען

דאס מיינט דאס זעלבע ווארט אין פארשידענע אנדערע באדייטונגען.

צום ביישפיל; אויסבעטן א גוט יאר, אויסבעטן דעם געלעגער, אויסבייטן געלט, אויסביטן דעם הוט מיט א אנדערע.

האמאגראף

דאס מיינט, אז מ'נוצט דעם זעלבער ווארט - ביים שרייבן - אבער עס האט אנדערע באדייטן.

צום ביישפיל; שלאפען, איינער שלאפט פון מידעקייט, איינער איז שלאף נישט געזונט, איינער שלעפט עפעס, איינער איז א שלעפער.